היום יום - כ״ה טבת ה׳תשפ״ד

היום יום

משיחות אאמו"ר [אדוני אבי מורי ורבי]: יציאת מצרים איז דער ארויסגעהן פון מצרים וגבולים, און חסידות איז אויף ארויסגעהן פון די מצרים און גבולים פון וועלט.

עס איז פאראן א הפרש: יצי"מ [יציאת מצרים] איז א ענין פון שבירה און עזיבה, דערפאר איז מען אוועק פון מצרים. יצי"מ פון חסידות איז בירור און תקון, יציאה פון מצרים און גבולים פון וועלט אבער אין וועלט. ד. ה. [דאס הייסט] זייענדיג אין וועלט באדארפען זיין אין א יציאה פון מיצר וגבול פון וועלט. אראפנעהמען דעם מיצר וגבול און דערהערען דעם אמת, אז וועלט אליין איז באמת גוט, ווייל דאס איז דאך רצונו יתברך, איז דאס דורך עבודה פון חסידות.

x
שמות שביעי (עם פרש״י) -- שמות: ה׳, א׳ - ו׳, א׳חומש:
כ, קי״ט: א׳ - צ״ותהילים:
אך מאחר שהרע - החיות כנגד כולן]תניא:
הל׳ רוצח ושמירת נפש פרק ב-דרמב״ם ג״פ:
הל׳ סוטה פרק דרמב״ם פ״א:
מ״ע רכה. מל״ת רצה*. רצב. (* בהוצאת העליר וקפאח: מצוה רצו.)ספר המצוות:
לעילוי נשמת מרת רייזל בת ר׳ ישעיהו ע״ה צירקינד