במנחה א"א [אין אומרים] תחנון.
אאמו"ר [אדוני אבי מורי ורבי] אמר: בא מיר איז ברור, אז א חסידישער איד זיצט אין בית המדרש, און לערענט אדער חזר'ט א חסידות ברבים, איז א שמחה בא די זיידעס, און זייער שמחה איז מספיק פאר איהם, קינדער און קינד'ס קינדער רוב טוב בגשמיות וברוחניות.