אאמו"ר [אדוני אבי מורי ורבי] אמר: א חסיד מאכט א סביבה. אויב ניט, דארף ער גוט א טאפ טאן בא זיך אין פעקל, וואס טוט זיך מיט איהם אליין. און דאס אליין וואס ער מאכט ניט קיין סביבה - דארף איהם צוברעכען ווי א קינעלע [קיסם]. און ער דארף פרעגען בא זיך אליין: וואס טו איך אויף דער וועלט?