מ'דארף היטען דעם זמן, מ'דארף מקבל זיין עולה של תורה. יעדער זמן, יעדער טאג וואס גייט אוועק, איז דאס ניט נאר א טאג נאר א ענין אין לעבען, די טעג גייען כמאמר [ירושלמי ברכות פ"א [פרק א'] ה"א [הלכה א']] יום נכנס ויום יוצא שבת נכנס כו' חדש כו' שנה כו'. דער טאטע האט געזאגט בשם רבינו הזקן: אזומערדיגער טאג און אווינטערדיגע נאכט איז א יאהר.