דער עולם הזה הגשמי איז א געמיש פון גינוניא של הקב"ה [הקדוש ברוך הוא] [א צוזאמענקונפט וואו השי"ת [ה' יתברך] כביכול קומט זיך צוזאמען מיט דעם אדם בחיר הנבראים] און גנת אגוז [בגימטריא חטא]. און השי"ת [ה' יתברך] גיט א בחירה חפשית צום מענשען, אז דער מענש קען זיך אליין אויסקלייבען א וועג אין לעבען.