רבינו הזקן ענה לאחד בהכנסו ליחידות: ...בני ישראל ווערען אנגערופען נרות. א נר איז כלול פון כלי פתילה שמן ואש. מען מוז אבער אנצינדען דעם אש און דעמאלט איז דאס מאיר. בא דיר איז א גוטער נר, אבער עס פעלט דיר דער אנצינדער. דורך הכאה בכח אין דעם אבן של נפש הבהמית, געהט ארויס א ניצוץ אש, וועלכער צינדט אן דעם אש אלקי.