דער רבי - אדמו"ר [אדוננו מורנו ורבינו] הזקן - האט געזאגט פון מעזריטשער מגיד פון בעש"ט'ס [בעל שם טוב'ס] וועגען: ואהבת לרעך כמוך איז א פירוש וביאור אויף ואהבת את ה' אלקיך. אז מ'האט האלט א אידען, האט מען האלט דעם אויבערשטען, ווייל א איד האט דאך אין זיך א חלק אלקה ממעל, איז אז מ'האט האלט דעם אידען, דעם אינוועניג פון איהם, ממילא האט מען האלט דעם אויבערשטען.