היום יום - כ״ה תמוז ה׳תשפ״ד

היום יום

אין חסידות איז פאראן צוויי זייער כאראקטעריסטישע אויסשפראכען: א) א איד דערקענט ג-טליכקייט און פילט די איבערנאטירליכקייט און בעדארף אויף דעם קיין באווייזען ניט האבען. ב) א איד ניט ער וויל און ניט ער קען זיין אפגעריסען פון ג-טליכקייט.

דער אמת איז אז די צוויי אויסשפראכין זיינען איין זאך: א איד דערקענט ג-טליכקייט און פילט דעם למעלה מן הטבע, דערפאר איז ניט ער וויל ניט ער קען זיין אפגעריסען פון ג-טליכקייט.

לעילוי נשמת הת׳ מנחם מענדל ע״ה בן יבלחט״א ר׳ דוד צירקינד