היום יום - ג׳ תמוז ה׳תשפ״ג

היום יום

אאזמו"ר [אדוני אבי זקני מורי ורבי] אמר: א אידישער קרעכץ וואס קומט ח"ו [חס ושלום] בסבה פון א ניט גוט גשמי איז אויך א תשובה גדולה, בפרט א קרעכץ בסבה פון א ניט גוט רוחני איז אודאי און אודאי א תשובה מעליתא. דער קרעכץ שלעפט ארויס פון עומק רע, און שטעלט אנידער אין א מעמד טוב.

לעילוי נשמת הת׳ מנחם מענדל ע״ה בן יבלחט״א ר׳ דוד צירקינד