היום יום - כ״ד מנחם אב ה׳תשפ״ג

היום יום

מקובל רבי מפי רבי: אין דער צייט פון מחלוקת הידועה, האבען חסידים דערציילט דעם אלטען רבי'ן די גרויסע יסורים וואס מ'האט פון די מתנגדישע פראסטע אידען. האט דער רבי געזאגט: דער זיידע - אזוי פלעגט דער רבי רופען דעם בעש"ט [בעל שם טוב] - האט זייער ליב געהאט די פראסטע אידען. אין די ערשטע טעג ווען איך בין געווען אין מעזריטש, האט דער רבי הה"מ [הרב המגיד] געזאגט: מרגלא בפומיה פון רבי'ן - הבעש"ט [הבעל שם טוב] - אהבת ישראל איז אהבת המקום, בנים אתם לה' אלקיכם, אז מען האט האלט דעם פאטער האט מען האלט די קינדער.

לעילוי נשמת הת׳ מנחם מענדל ע״ה בן יבלחט״א ר׳ דוד צירקינד