הַיּוֹם שִׁשָּׁה עָשָֹר יוֹם שֶׁהֵם שְׁנֵי שָׁבוּעוֹת וּשְׁנֵי יָמִים לָעוֹמֶר
היום יום - א׳ אייר ה׳תשפ״ד

היום יום

מען האט געזאגט אמאל פאר'ן טאטען - אין א פארבריינגען ספירה-צייט אין די יאהרען תרנ"א-נ"ג: דעם אלטען רבין'ס חסידים פלעגען אלעמאל ציילען. דער ווארט איז דעם טאטען זייער געפעלען געווארען. ואמר: אזוי איז דער ענין העבודה. די שעות דארפען זיין געציילטע, דאן זיינען די טעג געציילטע. אז עס גייט אוועק א טאג, דארף מען וויסען וואס מ'האט אויפגעטאן און וואס מ'דארף ווייטער טאן... בכלל דארף מען זעהן אז דער מארגען זאל זיין א סך שענער ווי דער היינט.

לעילוי נשמת הרב אליעזר צבי זאב ב״ר מרדכי שכנא ע״ה צירקינד