היום יום - י״א סיון ה׳תשפ״ד

היום יום

משיחות אאמו"ר [אדוני אבי מורי ורבי]: אין דער עבודה פון עבודת ה' ע"ד [על דרך] החסידות, זיינען פאראן אלע מדריגות... די דרגא פון מת באדארף קיין סך הסבר ניט האבען. עס איז אבער אויך פאראן - ת"ל [תודה לא-ל] - תחית המתים אין עבודה רוחנית. א מת איז קאלט, עס איז ניטא אזא קאלטע זאך ווי שכל הטבעי און שכל אנושי, און ווען דער שכל הטבעי פארשטעהט א השגה אלקית און די מדות שבשכל ווערען נתפעל און גערירט פון דעם געשמאק שכלי, איז דאס דער אמת'ער תחית המתים.

לעילוי נשמת מרת לאה מרים בת הרב יעקב יוסף ע״ה היידינגספלד