היום יום - ד׳ מנחם אב ה׳תשפ״ד

היום יום

מיט דער גרעסטער הארעוואניע קען מען ניט פארדינען קיין איין סענט מעהר וויפיל השי"ת [השם יתברך] האט אפגעשטעלט, אז דער און דער מענש זאל פארדינען. מען בעדארף טאן וויפיל עס איז נויטיג, אבער מען מוז געדיינקען, אז די גאנצע ארבעט, איז מער ניט ווי א טפל, דער עיקר איז די ברכה פון השי"ת [השם יתברך], און די ברכה פארדינט מען ווען מען איז א ערליכער איד: תפלה בצבור, שמירת שבת בהידור, כשרות בהשגחה גדולה, חינוך הבנים בא מלמדים ערליכע אידען.

לעילוי נשמת מרת רייזל בת ר׳ ישעיהו ע״ה צירקינד