יום ששי | בּ אייר, יז לעומר | ה׳תש״ג | ||||
|
יוֹם הוּלֶּדֶת אֶת אאזמו״ר (אֲדוֹנִי אָבִי זְקֵנִי מוֹרִי וְרַבִּי) - בִּשְׁנַת תּקצ״ג.
צוּ זִיבּעֶן יאָהר האָט עֶם אַמאָל דעֶר צ״צ (צֶמַח צֶדֶק) פאַרהעֶרט. דֶער זֵיידעֶ האָט געֶמאַכט אַזוֹי גוּט, אַז זַיין מְלַמֵּד אִיז זֵייעֶר נִתְפָּעֵל געֶוואָרעֶן, האָט זִיך נִיט געֶקעֶנט אַיינהאַלטעֶן אוּן געֶזאָגט דעֶם צ״צ (צֶמַח צֶדֶק): הַא, וואָס זאָגט אִיהר, עֶר מאַכט גוּט. דעֶר צ״צ (צֶמַח צֶדֶק) האָט אִיהם געֶעֶנטפעֶרט: וואָס אִיז דִי הִתְפַּעֲלוּת, אַז תִּפְאֶרֶת שֶׁבְּתִּפְאֶרֶת מַאכט גוּט.