היום יום - כ״ט כסלו ה׳תשפ״ה

היום יום

די עבירות פון די אידען [אין דער צייט פון די יונים] זיינען געווען: דאס חבר'ן זיך מיט די יונים, לערנען זייער קולטור, חילול שבת ומועד, עסען טריפות, ניט היטן די אידישע טהרה. די שטראף-צרה איז געווען דער גייסטיגער חורבן פון בית המקדש, הריגה און שקלאפערי אין גלות. דורך תשובה און מסירת נפש איז געקומען די גרויסע ג-טליכע וואונדער-ישועה, דער נס חנוכה

לעילוי נשמת הרב אליעזר צבי זאב ב״ר מרדכי שכנא ע״ה צירקינד