היום יום - כ״ה תמוז ה׳תשפ״ה

היום יום
יום רביעיכה תמוזה׳תש״ג
שיעורים.
(ה׳תש״ג)
חומש: מטו״מ, רביעי עם פירש״י.
תהלים: קיט, אשרי...מצותך מאד.
תניא: פרק ז. ואולם...-צז-מ ונדכה כו׳.

אִין חֲסִידוּת אִיז פאַראַן צְווֵיי זֵייעֶר כאַראַקטעֶריסטישׁעֶ אוֹיסְשְׁפּראַכעֶן: א) אַ אִיד דעֶרקעֶנט גֶ-טלִיכקַייט אוּן פִילט דִי אִיבּעֶרנאַטִירלִיכקַייט אוּן בּעֶדאַרף אוֹיף דעֶם קֵיין בּאַוַוייזעֶן נִיט האָבּעֶן. ב) אַ אִיד נִיט עֶר וִויל אוּן נִיט עֶר קעֶן זַיין אָפְּגעֶריסעֶן פוּן גֶ-טלִיכקַייט.

דעֶר אֶמֶת אִיז אַז דִי צְוֵויי אוֹיסְשְׁפְּראַכין זַיינעֶן אֵיין זאַך: אַ אִיד דעֶרקעֶנט גֶ-טלִיכְקַייט אוּן פִילט דעֶם לְמַעְלָה מִן הַטֶּבַע, דעֶרפאַר אִיז נִיט עֶר וִויל נִיט עֶר קעֶן זַיין אָפְּגעֶריסעֶן פוּן גֶ-טלִיכקַייט.

לעילוי נשמת הת׳ מנחם מענדל ע״ה בן יבלחט״א ר׳ דוד צירקינד