עס זיינען דא צווייערליי חוקים: א) א געזעץ וועלכער שאפט לעבען ב) א געזעץ וועלכער ווערט באשאפען פון לעבען. מענשליכע געזעצען זיינען געשאפען פון לעבען, דערפאר זיינען זיי אין יעדער לאנד פארשידען, לויט די תנאים פון לאנד. תורת ה', איז דער ג-טליכער געזעץ וועלכער שאפט א לעבען. תורת ה' איז תורת אמת, די תורה איז אין אלע ערטער און אין אלע צייטען גלייך, תורה איז נצחית.