אז מען געהט אין גאס און מען טראכט משניות תניא, און מ'זיצט אין קראם [סטאר] מיט א חומש, א תהלים, איז איצט איז דאס טייערער, ווי אין דער צייט, ווען אין גאס [סטריט] איז געווען ליכטיג באור תורה. מ'טאר ניט געהן אין גאס אליבא רקניא, מען דארף האבען תורה, מיט וואס צו געהן אין גאס.