היום יום - ט״ו אדר א׳ ה׳תשפ״ד

היום יום

א"א [אין אומרים] אב הרחמים.

רושמים על הלחם קודם ברכת המוציא, אבל נזהרים שלא לחתוך.

גם בקדוש על הפת אומרים

סברי מרנן.

אויף לעתיד לבוא שטעהט: אבן מקיר תזעק וכפיס מעץ יעננה. איצטער שווייגט דער דומם, מ'טרעט אויף איהם און ער שווייגט. אבער עס וועט קומען א צייט אין דעם גילוי פון לעתיד, וואס דער דומם וועט אנהויבען ריידען, דערציילען, און ער וועט מאנען, אויב מען האט גייענדיג ניט געטראכט אדער גערעדט דברי תורה, פארוואס האט מען אויף אים געטראטען.

די ערד וואס מען טרעט אויף איהר, ווארט טויזענטער יאהרען, פון ששת ימי בראשית, און עס טרעטען אויף איהר דערווייל כמה ברואים בעלי חיים כו', ביז עס וועט דארט טרעטען א איד, צוויי אידען, און וועלען ריידען א דבר תורה. ובאם לאו - זאגט זי: דו ביזט דאך אויך ווי א בהמה.

x
תצוה שביעי (עם פרש״י) -- שמות: ל׳, א׳ - י׳חומש:
כ, ע״ז - ע״חתהילים:
עוד ישים אל לבו - כמ״ש בזה״קתניא:
הל׳ טוען ונטען פרק יג-טורמב״ם ג״פ:
הל׳ שחיטה פרק ירמב״ם פ״א:
מ״ע רמוספר המצוות:
לעילוי נשמת הרב אליעזר צבי זאב ב״ר מרדכי שכנא ע״ה צירקינד