עס איז פאראן דער ענין וואס אחרון של פסח איז דער גילוי פון משיח, וואס איז שייך לכל ישראל. פסח איז דאך דער מדלג און ליל שמורים, און בכלל הערט זיך חרות'דיק, און נאכדעם פאלט מען אריין אין וועלט, איז דאס איז דער גילוי פון משיח, דער תוקף וואס עס גיט אז מ'זאל קענען געהן אין וועלט.