משיחת אאמו"ר [אדוני אבי מורי ורבי]: חסידות מאנט אז ורחץ את בשרו במים ולבשם. ד.ה. [דאס הייסט] די השכלה פון חסידות מוז אויסוואשען דעם בשר, און אראפשוויינקען דעם את בשרו, את הטפל לבשרו, די אלע רגילות'ן, וועלכע בשר מאכט, און דאן קען מען ערשט אנטאן די בגדי קדש. מחשבת ודבור חסידות והנהגתם של חסידים בהתבוננות קודם התפלה בגדי קדש הם, דאס איז בגדים וועלכע מען האט געגעבען מן הקדש, אבער דער ורחץ במים את בשרו דאס דארף מען אליין. לבושי הנפש דאס גיט מען מלמעלה, אבער אפוואשען דעם טפל וואס ווערט פון בשריות און דעם בשר אליין מאכען פאר א בשר קדש, דאס איז נאר בכח עצמו. און דאס מאנט חסידות, און אויף דעם האט רבינו הגדול געהאט מסירת נפש. ער האט געעפענט דעם צנור פון מס"נ [מסירת נפש] אויף עבודת ה' בתפלה, זיין צוגעבונדען צו עצמות א"ס [אין סוף], חסידות שטעלט אוועק א חסיד פנים אל פנים צו עצמות א"ס [אין סוף].