אצל אדמו"ר [אדוננו מורנו ורבינו] האמצעי הי'[ה] לג בעומר מיו"ט [מימים טובים] המצויינים. מען פלעגט ארויסגעהן אויפ'ן פעלד, ער פלעגט זיך ניט וואשען, אבער נעהמען משקה, וואס מצד הבריאות האט ער עס ניט געטארט. מען האט דעמאלט געזעהן א סך מופתים. דאס רוב מופתים איז געווען בנוגע קינדער. און א גאנץ יאהר האט מען געווארט אויף לג בעומר.