משיחות אאמו"ר [אדוני אבי מורי ורבי]: אין דעם יציאת מצרים פון חסידות, איז פאראן די מצוה פון סיפור יצ"מ [יציאת מצרים] בדבור, דערציילען חסידישע ספורים און דערהערען דעם סיפור אין א פנימית דפנימית. מ'בעדארף וויסען אז יעדער סיפור איז א הוראה בחיים. יעדער ספור בעדארף בריינגען א מדה טובה און א חיות פנימי אין א הידור מצוה און דערהערען דעם דרכי נועם פון תורת החסידות.