ווען משיח וועט קומען, וועט מען זעהן די מעלה פון הודאה און תמימות, וואס אלע גלויבען באמונה טהורה אין ג-ט ב"ה [ברוך הוא] און אין זיין תורה ומצות. תלמוד - פארשטאנד - איז דער גרעסטער פארשטאנד האט א גרעניץ. אבער הודאה - גלויבען - גלויבען איז א געפיהל אהן א גרעניץ. מלך המשיח וועט געבען צו פארשטעהן דעם מעשה גדול פון דער תמימות - הארציגער ערענסטער עבודה.