א סך יאהרען נאך פאר פעטערבורג [המאסר שם בשנת תקנ"ט], איז דער אלטער רבי אמאל ארויס צום עולם און האט געזאגט: אין גן עדן דערהערט מען די טייערקייט פון עולם הזה. לא מיבעי מלאכי השרת, אפילו נאצלים הראשונים וואלטען אלץ אוועק געגעבען פאר א אמן יהא שמי'ה רבא פון א אידען, אז ער זאגט בכל כחו כפירושו בכל כוונתו, היינו אז ער איז אינגאנצען אין דעם.
דאס איז געווען דער גאנצער מאמר, און ער האט געפועלט אזא התלהבות והתלהטות בא די הערער, אז א גאנץ יאהר האט מען געזאגט איש"ר [אמן יהא שמי'ה רבא] מיט א ברען.