צוויי און צוואנציג מאל האט מען ארערסטירט דעם צ"צ [צמח צדק] אויף דער אסיפת הרבנים אין פעטערבורג, תר"ג, פאר זיין אנטקעגענשטעלען זיך דער פאדערונג פון דער מלוכה וועגען שינוים בחנוך וכו'. דער מיניסטער האט אים געפרעגט: דאס איז דאך מרידה במלכות? דער צ"צ [צמח צדק] האט געענטפערט: מורד במלכות איז חייב מיתה בגוף, אבער מורד במלכות שמים איז חייב מיתה בנפש. איז וואס איז גרעסער?