היום יום - כ״ט תשרי ה׳תשפ״ה

היום יום

מברכים ברכת הקשת, ולא כיש מפקפקים בזה.

איינער פון די מעזיבוזשער בעלי בתים האט געהאט א מחלוקת מיט נאך א בעל הבית, און זייענדיג אמאל בא דעם בעש"ט [בעל שם טוב] אין שוהל האט ער געשריען, אז ער וואלט זיין בר פלוגתא קורע כדג זיין.

דער בעש"ט [בעל שם טוב] האט געהייסען די תלמידים געבען איינע די אנדערע די הענט, און זיך שטעלען לעבען אים מיט צוגעמאכטע אויגען. דער בעש"ט [בעל שם טוב] האט ארויפגעלייגט זיינע הייליגע הענט אויף די אקסלען פון די צוויי תלמידים, וועלכע זיינען געשטאנען לעבען אים, פלוצלונג האבען די תלמידים אנגעהויבען שרייען פון גרויס שרעק: זיי האבען געזעהן ווי דער בעל הבית איז קורע כדג זיין בר פלוגתא.

דאס באווייזט קלאהר, אז פון יעדער כח איז פאראן א פועל דבר: אדער אין א לבוש חומרי, אדער א רוחני וואס מי קאן אים אנעמען נאר מיט העכערע און איידעלערע געפילען.

לעילוי נשמת הרב אליעזר צבי זאב ב״ר מרדכי שכנא ע״ה צירקינד