היום יום - י״ב אדר ב׳ ה׳תשפ״ד

היום יום

דער אנהויב פון פרשת הקרבנות איז: אדם כי יקריב מכם קרבן לה'. עס האט דאך געדארפט שטיין אדם מכם כי יקריב גו', זאגט דער אלטער רבי: אדם כי יקריב, בכדי א מענטש זאל ווערען נעהנטער צו השי"ת [השם יתברך] איז מכם קרבן לה', פון אייך אליין דארף זיין דער קרבן, מקריב זיין זיין אייגענע בהמה, דעם יצר הרע וואס ווערט אנגערופען נפש הבהמית.

לעילוי נשמת מרת חנה עטל (בכרך) ע״ה בת יבלחט״א ר׳ דוד (צירקינד)