היום יום - כ״ד טבת ה׳תשפ״ה

היום יום

הסתלקות אדמו"ר הזקן בכפר פיענא במוצאי שבת קדש פרשת שמות תקע"ג. ומ"כ [ומנוחתו כבוד] בעיר האדיץ.

אאזמו"ר [אדוני אבי זקני מורי ורבי] שאל את הצ"צ [הצמח צדק]: וואס האט דער זיידע געוואלט מיט דרכי החסידות, און וואס האט ער געוואלט מיט חסידות. ויענהו הצ"צ: דרכי החסידות איז, אז אלע חסידים זאלען זיין ווי איין משפחה ע"פ [על פי] התורה באהבה. חסידות איז חיות. אריינטראגען א חיות און באלייכטען אלץ, אויך דעם לא טוב, מען זאל וויסען פון דעם אייגענעם רע ווי ער איז, אויף מתקן זיין עס.

לעילוי נשמת הרב אליעזר צבי זאב ב״ר מרדכי שכנא ע״ה צירקינד