שבת | ח אדר א | ה׳תש״ג |
שיעורים. (ה׳תש״ג) | חומש: תרומה שביעי עם פירש״י. | תהלים: מד-מח | תניא: פרק כח. ואפילו...ממש עמו. |
|
דעֶר אַלטעֶר רֶבִּי האָט אַמאָל אַרַיינְגעֶרוּפעֶן אַ יוּנְגעֶרמאַן פוּן דעֶם מַגִּיד׳ס תַּלְמִידִים, אוּן האָט אִיהם געֶזאָגט - מִיט אַ נִיגּוּן, כְּדַרְכּוֹ -: ״אִיך האָבּ אַ מִצְוָה פוּן וְלִּמַדְתֶּם אוֹתָם אֶת בְּנֵיכֶם, דוּ האָסט אַ מִצְוָה פוּן זָן וּמְפַרְנֵס בְּנֵי בֵיתוֹ, לאָמִיר זִיך בַּייטעֶן: אִיך וועֶל דִיר געֶבּעֶן דוּ זאָלְסט קעֶנעֶן מְקַיֵּים זַיין דַיין מִצְוָה, אוּן דוּ לעֶרעֶן מִיט מַיין זוּן - דאָס אִיז געֶוועֶן דעֶר מִיטעֶלעֶר רֶבִּי -. אוּן האָט אִיהם מְבַאֵר געֶוועֶן סֵדֶר הַלִּימוּד: דאָס עֶרשְׁטעֶ לעֶרעֶנְט מעֶן אוֹתִיוֹת א. בּ... וואָס אִיז אַן אַלֶף - אַ פִּינְטעֶלעֶ פוּן אוֹיבּעֶן, אַ פִּינְטעֶלעֶ פוּן אוּנְטעֶן, אַ קַו בְּאֶמְצַע - דאָס אִיז אַן אַלֶף. אַ קִינְד מוּז ווִיסעֶן, אַז דעֶר אַלֶף פוּן תּוֹרָה אִיז דעֶר יוּד פוּן אוֹיבּעֶן דעֶר יוּד פוּן אוּנְטעֶן מִיט דעֶם קַו פוּן אֱמוּנָה וואָס בּאַהעֶפְט זֵיי. נאָך אַ נוּסְחָא אִיז דאָ: ״אַ יוּד לְמַעְלָה דאָס אִיז דִי נְשָׁמָה, אַ אִיד לְמַטָּה דאָס אִיז דעֶר גּוּף אוּן אַ קַו שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם בְּאֶמְצַע״.