יום ראשון | ט אדר א | ה׳תש״ג | ||||
|
אַז מעֶן געֶהט אִין גאַס אוּן מעֶן טְראַכְט מִשְׁנָיוֹת תַּנְיָא, אוּן מְ׳זִיצְט אִין קְראָם (סְטאָר) מִיט אַ חוּמָשׁ, אַ תְּהִלִּים, אִיז אִיצְט אִיז דאָס טַייעֶרעֶר, וִוי אִין דעֶר צַייט, וועֶן אִין גאַס (סְטרִיט) אִיז געֶוועֶן לִיכְטִיג בְּאוֹר תּוֹרָה. מְ׳טאָר נִיט געֶהן אִין גאַס אַלִיבָּא רֵקָנַיָא, מעֶן דאַרף האָבּעֶן תּוֹרָה, מִיט וואָס צוּ געֶהן אִין גאַס.