מענה הצ"צ [הצמח צדק] לחסיד בקי בש"ס כו' ומשכיל גדול בחסידות: קבלת עול איז משנה דעם מהות. דורך קבלת עול פון א עבד פשוט, וואס בשעת ער שלאפט איז אויך ניכר דער עול העבדות זיינער, קען אפילו א למדן און א גאון אויך קומען צו דער מעלה און חשיבות פון א פראסט - תמימות'דיקער מסירת-נפש איד.