רבינו הזקן פירש מאמר כל המקיים נפש אחת מישראל כאלו קיים עולם מלא, אויף א אידען דארף מען קוקען ווי ער שטייט אין מחשבה הקדומה דא"ק [דאדם קדמון], און דארטען שטייט יעדער נשמה מיט אלע דורות וואס קומען ארויס פון איהר ביז ביאת המשיח גואל צדק, און אז מען טוט א אידען א טובה, טוט מען א טובה, אט די אלע נשמות עד סוף כל הדורות.